MediaWiki:Prefswitch-main/yi

From translatewiki.net
עקראַנבילד פֿון וויקיפעדיע'ס נײַעם נאַוויגאַציע איבערפֿלאַך (enlarge)
עקראַנבילד פֿונעם איינפֿאַכן באַאַרבעטן איבערפֿלאַך (enlarge)
עקראַנבילד פֿונעם נײַעם דיאַלאג קעסטל פֿאר ארײַנגעבן לינקען

די באַניצער דערפֿאַרונגס גרופע פון דער וויקימעדיע פֿונדאַציע האט געאַרבעט צו מאַכן דעם ניץ גרינגער. מיר פֿרייען זיך צו טיילן זיך מיט עטלעכע פֿאַרבעסערונגען, כולל א נײַע אויסקוק און און מער איינפֿאַכער רעדאַקטירן אייגנקייטן. מיט די ענדערונגען זאל זײַן גרינגער פֿאר נײַע באַניצער אנצוהייבן; זיי זענען באַזירט אויף אונזער ניצלעכקייט פרואוואונגען דאס פֿאריגע יאָר. פֿאַרבעסערן די ניצלעכקייט פֿון אונזערע פראיעקטן איז א פריאריטעט פֿון דער וויקימעדיע פֿונדאַציע און מיר וועלן טיילן מיט נאך דערהײַנטיקונגען אין דער צוקונפֿט. פֿאַר נאך פרטים, באַזוכט דעם וויקימעדיע בלאג.

וואָס מיר האבן געענדערט

  • נאַוויגאַציע: מיר האבן פֿאַרבעסערט די נאַוויגאַציע פֿאַר ליינען און רעדאַקטירן בלעטער. אַצינד, די טאַבן אין דער הייך פֿון יעדן בלאַט ווײַזן קלאָרער צי איר באקוקט דעם בלאַט אדער דעם שמועס בלאַט, און צי איר ליינט אדער רעדאַקטירט א בלאַט.
  • געצייג פֿאַרבעסערונגען: מיר האבן ארגאָניזירט דעם רעדאַקטירונג געצייג־פאַס צו ווערן גרינגער צו ניצן. פֿארמאַטירן בלעטער איז געווארן גרינגער און מער אינטואיטיוו.
  • לינק קונצן־מאַכער: א גרינג צו ניצן געצייג העלפֿט אייך צולייגן לינקען סײַ צו אַנדערע וויקי בלעטער סײַ צו דרויסנדע זײַטלעך.
  • זוך פֿאַרבעסערונגען: מיר האבן פֿאַרבעסערט די זוך פֿארשלאָגן אָז איר זאלט צוקומען צום געזוכטן בלאַט גיכער.
  • אַנדערע נײַע אייגנקייטן: מיר האבן אויך דערמעגלעכט א טאַבעלע קונצן־מאַכער צו מאַכן גרינגער שאַפֿן טאַבעלעס, און א זוך און פֿאַרבײַט אייגנקייט צו מאַכן מער איינפֿאַך רעדאַקטירן בלעטער.
  • וויקיפעדיע לאגא: מיר האבן דערהײַנטיגט אונזער לאגא. ליינט ווײַטער אין דעם וויקימעדיע בלאג.