פּתח צוויי יודן

כ׳האָב אָנגעשריבן "ס׳רוב יידן" און ניט "ס׳רוב חרדים". חרדים האָבן דאָך אייגענע צייטונגען, פאָרומס אא"וו, מען קען מיט זיי זיך איבערשרייבן.

דאָ האָבן מיר ניט קיין רעכט צו אַנטוויקלען אייגענען אויסלייגן, מיר דאַרפן אַ נוסח וואָס ווערט שוין פאַרווענדעט: ייוואָ אויסלייג, די שיטה פון אַלגעמיינעם זשורנאַל / כלל תקנות, אָדער גאָר דער נוסח אָן נקודות ווי ביי חרדים. צווישן די דריי איז דער פּתח צוויי יודן אָנגענומען בלויז אין ייוואָ. ווער באַנוצט דאָס נאָך חוץ דעם "ביראָבידזשאַנער שטערן"?

הגב, יידישער כתב איז שוין סיי ווי סיי ניט אידעאַל־פאָנעטיש אַפילו פאַרן כלל אַרויסרייד (ניט צו דערמאָנען אונדזערע דיאַלעקטן!) און דאָס שאָדט קיינעם ניט.

Har-wradim (talk)00:24, 11 November 2014