פּתח צוויי יודן

פּתח צוויי יודן

שלום עליכם! פאַר וואָס דאַרפט איר די דאָזיקע שטריכעלעך? ס׳איז ניט אייך, ניט אונדז: דער רעזולטאַט איז ניט קיין ייוואָ, ניט קיין "היימישער" אויסלייג

Har-wradim (talk)08:53, 3 November 2014

איך בין נישט קלאר וואס איז אייער טענה. פתח־צוויי־יודן העלפט מענטשן צו ליינען דעם טעקסט. עס שטערט אייך?

און פֿ (רפה) איז א סך לייכטער צו ליינען ווי א קליין פינטעלע.

פוילישער (talk)19:44, 5 November 2014

ס׳איז ניט קיין סוד, אַז ס׳רוב יידן וואָס יאָ לייענען אויף יידיש זיינען פרומע לייט, וואָס קענען די שפּראַך פון קינדעריאָרן און דאַרפן קיין נקודות ניט. איר אַליין שרייבט דאָ אָן זיי. פּתח צוויי יודן איז היינטצוטאָגס אַ סימן פון ייוואָ, און אַז מען נעמט זיך שרייבן לויט ייוואָ תקנות, זאָל מען שרייבן טאַקע מיט פֿ, בֿ, תּ און אַזיי ווייטער.

Har-wradim (talk)22:59, 6 November 2014

ערשטנס, רוב פרומע לייט זענען נישט געוואוינט צו לייענען יידיש. צווייטנס, פתח צוויי יודן געהערט נישט דווקא צו ייוו"א. וועגן בֿ, תּ איז נישט קיין נפקא מינה ווייל די אותיות טרעפט מען נאר אין לשה"ק ווערטער, וואס כמעט ניצט מען נישט אין דעם באניצער אייבערפלאך.

פוילישער (talk)08:01, 7 November 2014

כ׳האָב אָנגעשריבן "ס׳רוב יידן" און ניט "ס׳רוב חרדים". חרדים האָבן דאָך אייגענע צייטונגען, פאָרומס אא"וו, מען קען מיט זיי זיך איבערשרייבן.

דאָ האָבן מיר ניט קיין רעכט צו אַנטוויקלען אייגענען אויסלייגן, מיר דאַרפן אַ נוסח וואָס ווערט שוין פאַרווענדעט: ייוואָ אויסלייג, די שיטה פון אַלגעמיינעם זשורנאַל / כלל תקנות, אָדער גאָר דער נוסח אָן נקודות ווי ביי חרדים. צווישן די דריי איז דער פּתח צוויי יודן אָנגענומען בלויז אין ייוואָ. ווער באַנוצט דאָס נאָך חוץ דעם "ביראָבידזשאַנער שטערן"?

הגב, יידישער כתב איז שוין סיי ווי סיי ניט אידעאַל־פאָנעטיש אַפילו פאַרן כלל אַרויסרייד (ניט צו דערמאָנען אונדזערע דיאַלעקטן!) און דאָס שאָדט קיינעם ניט.

Har-wradim (talk)00:24, 11 November 2014